בשעת איר גרייט זיך אויף יום טוב — געדענקט אויך אין זיי!
אין די טעג ווען אידישע שטיבער גרייטן זיך מיט פרייד צום הייליגן יום טוב סוכות, זיצט א משפחה פון צען נפשות מיט א שווערן דאגה אויפן הארץ.
די חובות אין גראסערי, ביי דער פלייש־געשעפט און ביים פיש־געשעפט האבן זיך אנגעזאמלט. מען איז נאך שולדיג פארן טאג־טעגליכן עסן — און פון ווי נעמט מען יעצט אויף יום טוב?
